untitled
viviti










*  *  *

 

איך בין מיט גלוסטונגען, גלייך ווי אַ מילגרוים פול,

וואו יעדעס קערנדל פאַרנעמט זיין נעסט און גבול.

 

נאָר צווישן אַלע זיי היינט קענטלעכער איז מיר

דאָס גלוסטונג־קערנדל, וואָס שטאַרק דערמאָנט אָן איר –

 

אָן דער, וואָס צוליב איר אויך אדמען דערמאָנסט,

און רופן חוה זי צי אַנדערש־ווי דו קאָנסט.

 

געווען פאַר איר ביסט גרייט זיך אויסשניידן אַ ריפּ,

און אַל־די פּייניקונג – צו אָננעמען פאַר ליב.

 

פאַר איר פון קינדווייז אָן אַ היכל האָסט געבויט,

וואָס ענדיקן וועסט אים אַ רגע פאַרן טויט.

 

אפילו איצט איך וואַך, ווען ס'זינקט אין שלאָף די וועלט –

אַ שטיינדעלע איך זוך, וואָס צום געביי נאָך פעלט.



1959

 



Web Hosting · Blog · Guestbooks · Message Forums · Mailing Lists
Easiest Website Builder ever! · Build your own toolbar · Free Talking Character · Email Marketing
powered by a free webtools company bravenet.com